Espoir et effroi
En souvenir du 12 août 1952 : la littérature yiddish en Union soviétique
L’année 2022 marque le 70e anniversaire de l’exécution, le 12 août 1952 à Moscou, de treize membres du Comité antifasciste juif, parmi lesquels se trouvaient six personnalités majeures de la culture yiddish en URSS : les écrivains Dovid Bergelson, Itsik Fefer, Dovid Hofshteyn, Leyb Kvitko et Perets Markish, ainsi que l’acteur Binyomin Zuskin. Hommage aux victimes, l’exposition retrace le contexte de cette exécution et revient sur l’histoire de la culture yididsh soviétique de 1917 à 1952.
Les panneaux et les vitrines sont consacrés au membres du Comité antifasciste juif assassinés en 1952, ainsi qu’à quelques autres figures centrales de la culture yiddish en URSS, victimes des répressions staliniennes : le poète et prosateur Moyshe Kulbak, exécuté pendant les Grandes Purges des années 1937-1938 ; l’acteur et metteur en scène Shloyme Mikhoels, dont l’assassinat en 1948, déguisé en accident, marque le début des persécutions contre la culture juive qui dureront bien au-delà de la mort de Staline ; ou encore l’écrivain Der Nister, mort au goulag en 1950.
Le matériel iconographique qui accompagne les textes de l’exposition illustre la richesse et la diversité de la production culturelle yiddish en URSS. Il fait également apparaître les changements de style au fil des années, reflétant non seulement l’évolution du goût artistique, mais aussi les virages idéologiques. Le titre de l’exposition fait référence à l’article « Espoir et effroi » de Yitskhok-Leybush Peretz, l’un des classiques de la littérature yiddish. Dès 1906, celui-ci s’interroge sur la grande promesse, mais aussi sur les possibles dérives du mouvement révolutionnaire. Nous avons eu à cœur de conserver l’approche complexe de Peretz et de ne pas céder aux clichés, dont la thématique de la culture yiddish en URSS a longtemps souffert.
האָפֿענונג און שרעק
ייִדישע ליטעראַטור אין ראַטן־פֿאַרבאַנד : 70סטער יאָרטאָג פֿונעם 12טן אויגוסט 1952
אין יאָר 2022 מערקט מען אָפּ דעם 70סטן יאָרטאָג פֿון דער עקזעקוציע, דעם 12טן אויגוסט 1952, פֿון דרײַצן מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. צווישן זיי האָבן זיך געפֿונען זעקס אָנגעזעענע פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדישער קולטור אין ראַטן־פֿאַרבאַנד : די שרײַבער דוד בערגעלסאָן, דוד האָפֿשטיין, פּרץ מאַרקיש, איציק פֿעפֿער, לייב קוויטקאָ און דער אַקטיאָר בנימין זוסקין. ס׳איז פֿאַר אונדז אַ געלעגנהייט אָפּצוגעבן כּבֿוד די קרבנות און פֿאָרצושטעלן דעם קאָנטעקסט פֿון דער עקזעקוציע — אָבער אויך אונטערצוציִען אַ סך־הכּל פֿון דער ייִדישער סאָוועטישער קולטור, פֿון 1917 ביז 1952.
די טאָוולען און די וויטרינעס זײַנען געווידמעט די אין 1952 אומגעברענגטע מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, און אויך אַ פּאָר אַנדערע צענטראַלע פֿיגורן פֿון דער ייִדישער קולטור אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, קרבנות פֿון סטאַליניסטישע רדיפֿות : דעם פּאָעט און פּראָזאַיִקער משה קולבאַק, וועמען מע האָט דערהרגעט בעת די „גרויסע רייניקונגען“ פֿון די יאָרן 1938/1937 ; דעם אַקטיאָר און רעזשיסאָר שלמה מיכאָעלס — מיט זײַן דערמאָרדונג, פֿאַרשטעלט פֿאַר אַן אַקצידענט, הייבן זיך אָן די רעפּרעסיעס קעגן דער ייִדישער קולטור וואָס וועלן געדויערן ביז נאָך סטאַלינס טויט ; צי דעם שרײַבער דער ניסתּר, וואָס איז געשטאָרבן אין גולאַג אין 1950.
די איקאָנאָגראַפֿיע וואָס באַגלייט די טעקסטן פֿון דער אויסשטעלונג אילוסטרירט די רײַכקייט און די פֿאַרשיידן־מיניקייט פֿון דער ייִדישער קולטור אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. זי ווײַזט אויך די סטיל־ענדערונגען במשך די יאָרן, וואָס שפּיגלען אָפּ ניט נאָר די עוואָלוציע פֿון קינסטלערישן טעם, נאָר אויך אידעאָלאָגישע ווענדונגען.
דער טיטל פֿון דער אויסשטעלונג רופֿט זיך איבער מיטן אַרטיקל „האָפֿענונג און שרעק“ פֿון יצחק־לייבוש פּרץ. שוין אין 1906 רעדט ער ניט נאָר וועגן דעם גרויסן צוזאָג, נאָר אויך וועגן מעגלעכע סכּנות פֿון דער רעוואָלוציאָנערער באַוועגונג. מיר האָבן געפּרוּווט אָנהאַלטן פּרצעס פֿילזײַטיקן צוגאַנג און ניט ניכשל ווערן מיט קלישעען וואָס די טעמאַטיק פֿון ייִדישער קולטור אין ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט פֿון זיי לאַנג געליטן.