Shloyme Mikhoels

Shloyme Mikhoels dans 200 000 (Le gros lot) de Sholem-Aleykhem (GOSET, 1923)
שלמה מיכאָעלס אין 200000 פֿון שלום־עליכם (גאָסעט, 1923)

שלמה מיכאָעלס

1890–1948

דער אַקטיאָר, רעזשיסאָר און דירעקטאָר פֿון מאָסקווער ייִדישן מלוכה־טעאַטער („גאָסעט“) איז אויך געווען פּרעזידענט פֿון ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט (יאַ״ק) און דער ערשטער קרבן פֿון זײַן פֿאַרטיליקונג דורך דער סאָוועטישער מאַכט.

אין זײַן געבוירן־שטאָט דווינסק (הײַנט אין לעטלאַנד) לערנט מיכאָעלס אין חדר. דערנאָך שטודירט ער אין ניט־ייִדישע שולן אין ריגע, קיִעוו און פּעטראָגראַד. אין 1918 פֿאַרשרײַבט ער זיך אין אַלכּסנדר גראַנאָווסקיס מאָסקווער קאַמער־טעאַטער (שפּעטער, דער גאָסעט). אַלס מײַסטער פֿונעם זשעסט, האָט זיך מיכאָעלס קונה־שם געווען אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און אין אויסלאַנד ווי אַ גרויסער אַקטיאָר, אי אַ קאָמישער אי אַ טראַגישער, מיט זײַנע הויפּטראָלעס פֿון קלאַסישן רעפּערטואַר פֿון ייִדישן טעאַטער און מיט זײַן אויפֿטריט אין גראַנאָווסקיס פֿילם ייִדישע גליקן (1925).  

Esquisse de décor pour la pièce Der get (Le divorce) de Sholem-Aleykhem (GOSET, 1924)
דעקאָראַציעס־פּראָיעקט צו דער פּיעסע גט פֿון שלום־עליכם (גאָסעט, 1924)

נאָך גראַנאָווסקיס אַוועקפֿאָרן אין דײַטשלאַנד אין 1928, ווערט מיכאָעלס דירעקטאָר פֿון גאָסעט אין אַ תּקופֿה וואָס ווערט כאַראַקטעריזירט דורך די אַרויפֿגעצוווּנגענע קינסטלערישע פּרינציפּן פֿונעם סאָצרעאַליזם. אין דער צײַט ברייטערט אויס דער גאָסעט זײַן רעפּערטואַר. די פֿאָרשטעלונג קעניג ליר (1935) ווערט באַטראַכט פֿון די קריטיקער פֿאַר מיכאָעלסעס גרעסטער דערגרייכונג ווי אַן אַקטיאָר, וואָס האָט באַוויזן אויסצודריקן אין דער פּיעסע די פֿולע פּסיכאָלאָגישע טיפֿקייט פֿונעם הויפּטהעלד. „קונסט איז ניט נאָר די אָפּשפּיגלונג פֿון דער ווירקלעכקייט“, שרײַבט ער אין זעלביקן יאָר. לויט מיכאָעלסן גייט עס אין באַפֿרײַען דאָס באַהאַלטענע וואָס אין דער ווירקלעכקייט דורכן געפֿינען בילדער „וואָס זאָלן זײַן גלײַכווערטיק צו דער ווירקלעכקייט, אָבער ניט איר קאָפּיע“.

Esquisse de décor pour la pièce Got fun nekome (Dieu de vengeance) de Sholem Asch (GOSET, 1921)
דעקאָראַציעס־פּראָיעקט צו גאָט פֿון נקמה פֿון שלום אַש (גאָסעט, 1921)

אין 1943, אין זײַן צווייט יאָר ווי דער פּרעזידענט פֿון יאַ״ק, פֿאָרט מיכאָעלס קיין ענגלאַנד און צפֿון־אַמעריקע מיט דער אויפֿגאַבע אויפֿצוקלערן די עפֿנטלעכע מיינונג און צו זאַמלען געלט פֿאַרן סאָוועטישן מלחמה־אָנשטרענג. פֿאַקטיש, נעמט מיכאָעלס אָן די ראָלע פֿונעם פֿאָרשטייער פֿון סאָוועטישן ייִדנטום. נישט לאַנג נאָך זײַן דערמאָרדונג דורך סטאַלינס רעזשים דעם 13טן יאַנואַר 1948 אין מינסק (אַ מאָרד וואָס ווערט פֿאַרמאַסקירט פֿאַר אַן אַקצידענט), ווערן פֿונאַנדערגעלאָזט דער גאָסעט, דער יאַ״ק און אַנדערע ייִדישע אינסטיטוציעס אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. אין דער זעלבער צײַט אַרעסטירט מען אַ גרויסע גרופּע ייִדישע אינטעלעקטואַלן, וואָס אַ סך פֿון זיי וועט מען אומברענגען דעם 12טן אויגוסט 1952. צווישן די קרבנות : דער אַקטיאָר בנימין זוסקין, מיכאָעלסעס ענגסטער קינסטלערישער שותּף אויף דער סאָוועטישער ייִדישער בינע.

טל חבֿר־כיבאָווסקי

Shloyme Mikhoels

1890-1948

L’acteur, metteur en scène et directeur du Théâtre yiddish d’État de Moscou (le GOSET), président du Comité antifasciste juif (CAJ) fut la première victime de sa liquidation par le pouvoir soviétique.

Après avoir reçu une éducation juive traditionnelle (au kheyder) dans sa ville natale de Dvinsk (aujourd’hui en Lettonie), Mikhoels poursuit ses études dans des institutions non juives à Riga, Kiev et Petrograd. En 1918, il s’inscrit au Kamer-teater (Théâtre de chambre) d’Alexandre Granovski à Moscou, qui deviendra plus tard le GOSET. Acteur comique et tragique, maître du geste, il atteint une renommée extraordinaire tant dans son pays qu’à l’étranger, en incarnant les rôles principaux du répertoire théâtral yiddish classique et en jouant dans le film de Granovski, Yidishe glikn (Un Bonheur de Juif, 1925).

Esquisse de décor pour la pièce Bay nakht oyfn altn mark (La nuit sur le vieux marché) de Yitskhok-Leybush Peretz (GOSET, 1925)
דעקאָראַציעס־פּראָיעקט צו בײַ נאַכט אויפֿן אַלטן מאַרק פֿון יצחק־לייבוש פּרץ (גאָסעט, 1925)

Après le départ de Granovski en Allemagne en 1928, Mikhoels est nommé directeur du GOSET en un temps où s’imposent de plus en plus les principes artistiques du réalisme socialiste. Au cours de cette période, le répertoire du GOSET s’élargit vers de nouveaux horizons, culminant avec la production du Roi Lear (1935), considérée par les critiques comme la plus grande réussite de Mikhoels en tant qu’acteur, et dans laquelle il s’attache à mettre en évidence toute la complexité psychologique du rôle principal. « L’art n’est pas simplement un miroir de la réalité », écrit-il cette année-là. Selon lui, il s’agit de libérer ce qui se cache sous la réalité en trouvant des images « de valeur égale à elle sans en être la copie ».

Scène de la pièce Bay nakht oyfn altn mark (La nuit sur le vieux marché) de Yitskhok-Leybush Peretz (GOSET, 1925)
אַ סצענע פֿון בײַ נאַכט אויפֿן אַלטן מאַרק פֿון יצחק־לייבוש פּרץ (גאָסעט, 1925)

En 1943, deux ans après sa nomination à la présidence du CAJ, Mikhoels se rend en Grande-Bretagne et en Amérique du Nord pour sensibiliser l’opinion publique et collecter des fonds destinés à l’effort de guerre soviétique ; il assume de facto le rôle de représentant du judaïsme soviétique. Son assassinat à Minsk le 13 janvier 1948 par le régime stalinien, présenté comme un accident, est suivi de la dissolution du GOSET et du CAJ (ainsi que d’autres institutions juives en Union soviétique), et de l’arrestation de nombreux intellectuels juifs, dont beaucoup seront exécutés le 12 août 1952. Parmi les victimes, l’acteur Binyomin Zuskin, le partenaire artistique le plus proche de Mikhoels sur la scène yiddish soviétique.

Tal Hever-Chybowski

Scène de 200 000 (Le gros lot) de Sholem-Aleykhem (GOSET, 1923)
אַ סצענע פֿון 200000 פֿון שלום־עליכם (גאָסעט, 1923)

Page suivante / די קומענדיקע זײַט